ברוך הבאַ  צו דײַן באַלאַגערונג "רעצעפּטן פֿאַרן לעבן"

ברוך הבאַ  צו דײַן באַלאַגערונג "רעצעפּטן פֿאַרן לעבן", דער ערשטער נעץ ־אָרט אין ייִדיש אין דער גאַנצער װעלט, װאָס  לעבן .גיט זיך אָפּ מיט ברענגען פֿאַר אײַך לײזונגען צו לעבן ־ פּראָבלעמען.

בעקי קרינסקי,אילנה בערעסאָװסקי, מאַיִאַ װײַספֿעלד און װעב־סטײשאָן אואַן פּראָדוצירן דעם פּראָגראַם.. אונדזער ציל איז העלפֿן דיר פֿאַרבעסערן דײַן לעבן מיט די געשמאַקסטע "רעצעפּטן" און מיט די אינטימסטע סודותּ,  װאָס קענען ענדערן דעם טעםפֿון דײַן לעבן.

עס איז קלאָר אַז מיר װעלן ניט קאָכן קײַן עסנװאַרג נאָר געפֿילן, באַציונגען און פּראָבלעמען פֿון דער נשמה. דער טעם און ריח פֿון אונדזערע געשיכטעס און רעצעפּטן װעלן דיר אינספּירירן און אָנפֿילן דײַן נשמה. אין אַ װעלט װאָס איז זײער קאָמפּליצירט, װאָס פֿאָדערט אַ סך, און מיט אַזויִ פֿיל גיכע און כסדרדיקע ענדערונגען, איז זײער לײַכט צו פֿאַרגעסן אַז מע דאַרף דערנענטערן אודזער נשמה טאָג־טעגלעך.

דאָס לעבן איז אַ גרױסע קיך װוּ מיר אַלע עסן און װוּ מיר קענען אַלע פֿאַרבעסערן דעם טעם פֿון די מאַכלים. מען דאַרף ניט מאַכן קײַן גרױסע און דראַסטישע ענדערונגען. עס איז  גענוג צוצוגעבן אַ ײַעם באַשטאַנד־טײ ל אָדער אַװעקנעמען אַ װירצונג װאָס פֿאַרביטערט די קיך פֿון אונדזער לעבן  כדי צו פֿאַרבעסערן זײער גיך די קװאַליטעט פֿון  אונדזער לעבן.

אין דעםפּראָגראַם װעסטו געפֿינען אַ פֿאַרשידנקײַט פֿון רעצעפּטן װאָס װעלן דיר העפֿן לײזן סײַ אײנפֿאַכע פּראָבלעמען פֿון דײַן טאָג־טעגלעכן לעבן װי אױך פּראָבלעמען מיט דײַן פּאָר, באַציונגען צװישן עלטערן און קינדער, משפּחה באַציונגען, פֿרײַנד, אַרבעט, פּערזענלעכער אַנטװיקלונג, און אַזױ װײַטער....געבנדיק דיר שטענדיק אַ פֿריש, אָריגינעלע און אַמתּדיקע אַלטערנאַטיװ כדי דו אַלײן זאָלסט קענען בײַטן דעם טעם פֿון דײַן לעבן און דו זאָלסט װערן דער אַמתּר קוכער, פֿול מיט עקזיסטענץ־מיטלען און רעצעפּטן מיט דעם זײער ספּעציִעלן ריח, װאָס נאָר דו אַלײן קענסט געבן צו דײַן לעבן.

י.געדענק, די גוטע באַשטאַנד טײלן און װירצונגען, װעלן שטענדיק דערפֿירן צו אַ גוט לעבן, רײַך און פֿול מיט טעם...

דאָס עסן, אַזױ װי דאָס לעבן, װען מיר טײלן זײ מיט עמיצן האָבן זײ שטענדיק אַ בעסערן טעם.

בעקי קרינסקי און אילנה בערעסאָװסקי האָבן געגרינדעט דעםפּראָגראַם "רעצעפּטן פּאַרן לעבן".